לזכרון עולם - In Memoriam
מרדכי צאנין ע"ה
מיט טיפן טרויער מוזן מיר מודיע זיין אונזער עולם וועגן דעם אוועקגיין פון
מרדכי צאנין ע''ה,

דער שאגת אריה פאַר יידיש אין ישראל, איז אין שטילקייט נסתלק געווארן אין עלטער פון 103 יאר. כבוד זיין ליכטיקן אנדענק!
אויך אין שטילקייט וועלן די כוואַליעס פון זיין ברייטן באַנעם ווייטער הילכן. אמן.
מרדבי ישעיהו צאַנין איז געבוירן אין סאקאלאוו דעם 1טן אַפריל 1906 און האט באַקומען א טראַדיציאנעלע יידישע דערציונג. ער האט געלערנט ביי מלמדים אין חדר און אין סאקאלאווער ישיבה. וועלטלעכקייט האט ער זיך אויסגעלערנט פון פוילישע לערנביכער. ווען די משפחה איז אַריבער קיין וואַרשע איז ער פאַרכאַפט געווארן דורך דאס געשריבענע ווארט, אויסגעהערט אַלע לעקציעס וועגן פילאלאגיע אויפן וואַרשעווער אוניווערסיטעט און איינגעשלונגן יעדעס ליטעראריש ווערק וואס ער האט געפונען אין דער יידישער ביבליאטעק אין וואַרשע.
זיין ערשטע דערציילונג האט ער פאַרעפענטלעכט אין 1928 אין וואַרשע, און אין 1932 און 1934 קומען ארויס זיינע ערשטע צוויי ביכער. ער האט געדינט אַלץ סאלדאַט אין דער פוילישער ארמיי פאַר די מלחמה. ווען וואַרשע קומט אונטער נאַצישע הערשאַפט, אַנטלויפט ער קיין ליטע, דערנאך ווייטער קיין יאַפאַן און אינדיע, מאַכט ער זיך, אויף וועגן און אומוועגן, א וועג קיין ישראל ווו ער קומט אן אין 1942, ווען גענעראַל ראמעל שטייט קעגן מאנטגאמערי ביים מיצרישע גרענעץ.
נאכן חורבן קערט ער צוריק קיין פוילן, ער פארט איבער א הונדערט שטעט און יישובים און גיט אפ זיין באַריכט אין בוך. אין 1948 הייבט ער אן אויסגעבן זיין ''אילוסטרירטע וואכנבלאַט" און דערנאך ''צאַנינ'ס אילוסטרירטע וועלט''. נאך שווערע מלחמות קלאַפט צאַנין אויס ביי די יידישע ממשלה די רשות ארויסצוגעבן א יידישע טאג צייטונג ''לעצטע נייעס'' וואס איז געבליבן די וויכטיקסטע יידישע טריבונע אין ישראל במשך אַלע יארן פון צאַנינס פירערשאַפט.
אויסער זיינע רעדאַקטאריעלע און געזעלשאַפטלעכע טעטיקייטן האט צאַנין געשריבן מער ווי טויזנט אַרטיקלן, אַ יידיש-העבעיש ווערטערבוך און פערציק בענד - דערציילונגען, עסייען, ביאגראַפיעס, אַנטאלאגיעס, ווי אויך אַן 8-בענדיקע היסטארישע עפאפייע פון אַרטאַפאנוסן, וואס ציט זיך פון חורבן בית שני ביז אט-דא.
ווען מרדכי צאַנין איז געשטאַנען בראש פון דעם יידישן שרייבער- און זשורנאַליסטן-פאַריין איז דאס לייוויק-הויז געווען א שפרודעלדיק מקום מקלט פאַר יידישער שעפערישקייט אין ישראל.
מרדכי צאַנין איז געווען איינע פון די ערשטע שטיצער און מיטגלידער פון יונג יידיש. ער האט געהאפט און געווירקט צו זען יונג יידיש אויפבליען אין לייוויק-הויז. אין עלטער פון 98 יאר ביים לעצטן זיצונג אין וועלכער ער האט זיך באַטייליקט האט ער נאכאַמאל אויסגעדרוקט דעם ווונטש, אבער זיינע כוחות האבן שוין נישט געקלעקט קעגן די נייע פירער פון בית לייוויק.
אויף זיין 100-סטן געבוירן-טאג האט יונג יידיש אים געווידמעט א ווידעא "א בינטל ביכער פאר ארטאפאנוסן":
נאך מיט אונגעפער אַ יאר צוריק האבן מיר געהאַט דעם זכות צו פירן מיט אים אַ פאר שמועסן און גענאסן פון זיין קלארקייט און דערהויבנקייט און זיינע ראַנגלענישן מיט טיפע רעיונות. מרדכי צאַנין איז פאַר אונדז אַ מאדעל פון הלכה למעשה יידישקייט און געזעלשאַפטלעכער אחריות. אן אמתר יידישער פאַטריאט און אוהב ישראל און מדינת ישראל, האט ער אויפגעוויזן און זיך קעגן געשטעלט די פאַלשע משיחישע ווילדקייטן, בלינדקייטן און חילוקים וואס גראבן אונטער די איטעגראליטעט און המשך פונעם יידישן פאלק, ווי דער ציוניסטישער גלות- און חורבן-מיטאסן און יידיש-שנאה.
נישט איינזען אז יידיש איז אן אינטעגראלער טייל פון אונזער אט-דאיקן מהות, איז פוגם אין די אנטוויקעלונג נישט נאר פון יידיש, נאר פון ישראלדיקן, העברעישער שעפערישקייט גופא און פונעם יידישן המשך אין ישראל.
"א ייד, אפילו אז ער גלויבט נישט, טאר ער זאגן "מיט גאטס הילף", ס'איז נישט קיין פאלשקייט צי א ליגן, ס'איז א קולטורזאך"
מרדכי צאנין איז געווען דער לעצטער יידיש-יידישער אינטעלעקטואל פונעם פארמלחמהדיקן דור, וואס האט אויפגעטאן גרויסע מעשים לטובת יידיש אין ישראל און דווקא ווען די סאציאלע, געזעלשאפטלעכע און פאליטישע לאגע פון מאמע-לשון אינעם יידישן לאנד איז געווען גאר שיטער - כאטש עס איז געווען דעמאלט אין לאנד א מיליאניקער עולם יידיש-קענער, וואס זיכער הונדערטער טויזנטער פון זיי האבן גאר פיל און שטארק גענאסן פון זיין ליטערארישער, ארויסגעבערישער, געזעלשאפטלעכער און זשורנאליסטישער טעטיקייט און אויפטוערישקייט. א חולשת הדעת פארכאפט אונז דערפילנדיק ווי די געוואלדיקע כוחות טרעטן אפ און מיר בלייבן, די כלי-שנידיקע ברעקעלעך, און פארפאצקן די מאגערע כוחות נעבעך מיט פירוד און קריגערייען שלא לשמה.
מרדכי צאנין וועט מסתמא ניט רוען אין גן-עדן, כאטש ער האט עס זיך עס גוט פארדינט. מן הסתם פארעט ער זיך שוין אויסגעבן דארט א צאנינ'ס אילוסטרירטער וועלט" כדי אויך דארט די ישיבה של מעלה, און טאקע גאט אליין, א ביסל אויס צו מענטשן.
מ''כ
∞ ∞ ∞
לעאנארד מרדכי פראגער ע"ה
נאך א טיכטיקער און טעטיקער טוער פאר יידיש, וואס האט אונז פארלאזט מיט מער ווי א חודש צוריק, און מחמת אונזער פארטאנקייט און קטנות דמוחין זיינען מיר נישט דערגאנגען אונזער טרויער בציבור מבשר צו זיין.
לעאנארד מרדכי פראגער ז''ל פון חיפה.
ביזן לעצטן טאג האט ער געארבעט אויפן מענדעלע רעוויו און די אנדערע צאלרייכע יידישע פראיעקטן מיט וועלכע ער האט אנגעפירט.
∞ ∞ ∞
שמואל ברנרדו טרייסטער ע"ה
נאך א טייערער יונג יידיש מיטגליד און יידיש-פאטריאט פאר לאנגע יארן איז אדוואקאט און נאטאר שמואל ברנרדו טרייסטר ז''ל וועלכער איז אוועק דעם 25טן דעצעמבער 2008.
∞ ∞ ∞

צבי כנר ע"ה
דער שטענדיק-יונגער און יינגלישער יידישער פאנטאמימער, שרייבער און אקטיאר צבי כנר איז ליידער אוועק אין עלטער פון 82 יאר דעם 19טן אפריל 2009 ץ מיר ווילן תמיד געדענקען זיין שמייכלישער-שטיפערישער בליק, פול מיט איראניע און לעבענסלוסט, אבער אין וועלכע ס'האט געלעבט טיף טיף אין שטילן אומעט א פארברענטע וועלט .
בשבת שעברה מת צבי כנר, בן 82, ובכל זאת אחד הסופרים הצעירים ביידיש: ספרו הראשון, "איך און למך" (אני ולמך) ראה אור ב-1994. הפרוזה של כנר הפתיעה בכתיבה "צעירה" - חדה, אירונית ולאקונית - על השואה ועל סיפור הקליטה בישראל. לאחר פרסום ספרו הראשון כתב כנר ופירסם עוד שניים: "לחם נקמות" ובאחרונה גם "סליחה שהרגתי אותך", שניהם ביידיש ובתרגום לעברית.
כנר היה גם זקן הפנטומימאים בישראל, ובכל זאת נשמר בדמותו הקומפקטית משהו של ילד יתום וגמיש, המצליח לחמוק מהמוות. היתמות והגמישות השתקפו גם בפרוזה שכתב. בשנה שעברה השתתף כנר בפסטיבל שפרעם במופע שהוקדש למורו, מרסל מרסו. כנר נולד בפולין, ואחרי המלחמה עלה לארץ, התיישב בקיבוץ ולחם במלחמת העצמאות. במהלך השנים התגורר והופיע בצרפת, בבלגיה, בארצות הברית ובישראל, וגם כאן העלה מופעי יחיד והשתתף בהצגות ובסרטים.
(עברית פון הארץ - געשריבן דורך בני מר)