[YYJerusalem] אָוונט לכבוד דער נײַער אַנטאָלאָגיע

 THURSDAY   דאנערשטיק   יום חמישי
13/7/2017

7 אז' אין אוונט

אָוונט לכבוד דער נײַער אַנטאָלאָגיע:


די יידישע שרײַבער גרופּע
האָט דעם כּבוד אײַך צו פאַרבעטן אויף אַ פײַערלעכער פּרעזענטאַציע
פון דער אָקערשט דערשינענער אַנטאָלאָגיע פון הײַנטצײַטיקער פּאָעזיע

"אַ רינג: יידישע פּאָעזיע. דער נאָכן־חורבן דור"
וואָס איז אַרויס מיט אַ וואָך צוריק אין תּל אביב
אין דער "ביבליאָטעק פון דער הײַנטצײַטיקער יידישער ליטעראַטור", רעדאַגירט און אַרויסגעגבן פון
וועלוול טשערנין און מיכאל פעלזענבאַום.

עס וועט פאָרקומען אין דעם ירושלמער קלעזמער קעלער,
דער ירושלמער לאָקאַל פון יונג־יידיש,
רח' ירמיהו 52,
דעם 13טן יולי,
זיבן אַזייגער אין אָוונט.

אינאיינעם מיט אַ צאָל שרייבער, מוזיקער, זינגער און יידיש מחנכים וועלן זיך אין דער פײַערלעכער פּרעזענטאַציע באַטייליקן אויך פיר פון די 19 דיכטער פון דער נײַער אַנטאָלאָגיע – וועלוול טשערנין, משה לעמסטער, יצחק ניבאָרסקי, מיכאל פעלזענבאַום און באָריסקאַרלאָוו. 

קומט טײַערע פרײַנד, לייענער און ליבהאָבער פון יידישער ליטעראַטור
כדי זיך צו פרייען
און אָפּמערקן מיט וואָרט, ליד און געזאַנג
די נײַע אַנטאָלאָגיע
צוזאַמען מיט אַ טייל פון די מחברים
אין אַ מונטערער, געהויבענער, לעבעדיקער אַטמאָספער.

אַײַנטריט און לחיימס פרײַ.