TUESDAY, SEPTEMBER 15, 2020 AT 7 PM רעדן יידיש אין יונג יידיש

"רעדן יידיש מיט אלי בענעדיקט"
מיר טרעפן זיך רעדן יידיש אויף זום – דינסטיג 29.09.20 13:00 מיטאג אמריקע צייט, 20:00 ביינאכט ישראל צייט, 18:00 ענגלאנד צייט, 19:00 מיטל אייראפע צייט.
דורך דעם לינק וואס איך האב דא צוגעטשעפעט.
מ'קען רופן חברים אויך.
אלע וועלן אריין גיין אויסגעשטילט, אין די ערשטע 25 מינוט וועל איך אליין ליינען די מאטיריאלן און איבערזעצן שווערערע ווערטער. שפעטער וועל איך לאזן איינס נאך איינס יעדער איינער זאגן א פאר ווערטער אויף זיך און פרעגן שאלות אדער זאגן הערות אויב ס'איז דא.
דער טרעפונג וועט זיך הענדיגן אטאמאטיש נאך אן אנדערהאלבן שעה.
די וואך גייט מען ליינען דריי חסידישע לידער פון ניו יורק, איינע פון מיכאל שניצלער צווייטע פון די ברידער גערשי און דוד שווארץ, דריטע פון ליפא שמעלצער. איך לייג צו די לידער דא אין די קאמענטארן
איך וועל אויך מיט ווייזן די לידער אויפן זום גלייך אויף מיין סקרין.
זייט געזונט און מ'וועט זיך זעהן מארגן!